A Maaseh Mit A Nigun

* Required Fields

Story time! As Chanukah is around the corner, we’re super excited to present to you the new “A Masseh Mit A Niggun” Double CD! This is a Brand New concept in the world of Heimish Jewish music & kids entertainment, featuring 2 stories amazingly presented by the world renowned storyteller R’ Matis Green from Antwerp, as well as beautifully arranged songs with a full musical production and the Yiddish Nachas boys choir & solos, sure to keep your kids (and yourself) entertained for hours...even days!

------------------

נייע סידי ״א מעשה מיט א ניגון״

די סידי מיט׳ן נאמען ״א מעשה מיט א ניגון״, איז כשמו כן הוא, א מעשה מיט א ניגון האט אין זיך א דאפלטע באדייט, סיי דער סידי פארמאגט אין זיך הערליכע מעשיות און גאר געשמאקע הארציגע ניגונים, ווי אויך זענען דאס "מעשיות" וואס האט פאסירט מיט א ניגון

אויף דעם סידי זענען פארהאנען צוויי גאר הייליגע ניגונים וואס זענען מיוחס צו גרויסע צדיקים, קדושי עליון וואס די ניגונים פארמאגן הונטער זיך גאר דראמאטישע ערציילונגען וואס האבן פאסירט אין צוזאמענהאנג מיט אט די ניגונים.

די מעשיות אויף די סעריע ווערן דראמאטיש אין לעבעדיג פארציילט דורך די וועלט בארימטע, טאלאנפולע בעל מספר הרב מתתי׳ גרין שליט״א וועלכע טוט מיט זיין ג-ט געבענטשטן טאלאנט אראפשפילן פארשידענע כאראקטערס און פיגורן, יעדע איינע מיט אנדערע קולות, וואס ער טוט דאס אליינס באווייזן אין ער טוט דראמאטיזירן די מעשה לויט די געשעענישן

די חלק הניגונים און מוזיק ווי אויך די ארענזשמענטס אין קינדער קווייער ווערן געמאכט, רעקארדירט און באארבעט דורכ׳ן אלעמען באקאנטן, וועלט בארימטן פאכמאן ר׳ משה קרויס ני״ו פון MK Studios וואס איז שוין באקאנט צענדליגע יארן ביי כלל ישראל צו זיין די נומבער איינס ווען ס׳קומט צו היימישע, חסיד'ישע מוזיק.

אין דאס איז בלויז די ערשטע פון א סעריע. פון דעם נייען פראדוקציע "הערט און זינגט", וואס איז א נייע געדאנק אריינצוברענגען היימישע און הערליכע אונטערהאלטונג פאר קינדער פון חסיד'ישע שטיבער, וואו די צוהערער וועלן האבן דעם תענוג פון "הערן" מעשיות וואס איז פארבינדן מיט "זינגען", דערציילט דורכ'ן בארימטן בעל מספר ר' מתתי' גרין הי"ו, און אראנדזשירט און באגלייט דורך דעם מייסטער אין עולם הנגינה ר' משה קרויס הי"ו

מיר האפן אי"ה ארויסצוקומען אינעם צוקונפט מיט נאך אזעלכע אלבומס צו די הנאה פון כלל ישראל ובפרט פון די תינוקות של בית רבן.
!הערט, זינגט און האט הנאה

Write Your Own Review
You're reviewing:A Maaseh Mit A Nigun
Your Rating
Designed and Developed by Quickwittech.com | Nigun Music © 2024